דזשאָרדין קוציק (פֿאָרזיצער) האָט זיך אָנגעהױבן צו לערנען ייִדיש װען ער איז געװען 16 װײַל ער האָט געװאָלט טאָן פֿאָרשאַרבעט װעגן דעם חורבן־אײראָפּע פֿון דעם פּערספּעקטיװ פֿון די ביכער װאָס זענען געשריבן װעגן דער טעמע אױף ייִדיש. אַז ער האָט זיך אָנגעהױבן צו לערנען די שפּראַך, האָט ער געפֿונען אַז ער איז געװען אַ סך מער פֿאַראינטערעסירט אין דער ראָלע פֿון ייִדיש אין דעם ייִדישן לעבן און אין די קולטורעלע אוצרות און רעליגיעזע אינפֿאָרמאַציע, סײַ דורך מענטשן און סײַ דורך דעם געשריבענעם װאָרט ,מיט װעלכן ער האָט זיך נאָר געקענט באַקענען דורך דער ייִדישער שפּראַך. נאָך אַז ער האָט אַנטדעקט אַז ייִדיש, אַנשטאָט דעם װאָס ער האָט געמײנט פֿון קינדװײַז אָן, איז נישט קײן טױטע אָדער כּמעט טױטע שפּראַך, האָט ער גענוצט אַ סך פֿון זײַן פֿרײַער צײַט צו העלפֿן פֿאַרשפּרײטן ייִדיש צװישן יונגע מענטשן . ער איז פֿאַראינטערעסירט, בפֿירוש, אין צירקולירן רעסורסן צו העלפֿן ייִדיש־רעדנדיקע מענטשן אױפֿצוהאָדעװען זײערע קינדער אױף ייִדיש. איצט הײבט ער אָן צו שרײַבן אַ פֿיל־שפּראַכיק װעבזײַטל װעגן דער טעמע. ער איז געװאָרן אַ מיטגליד פֿון יוגנטרוף נאָך דעם װאָס אַרעלע װישװאַנאַט האָט אים געשיקט אַ בליצבריװ אין 2007 און ער איז געװאָרן אַ מיטגליד פֿון דער עקזעקוטיװע אין פֿעברואַר 2008. ער האָט פֿאַרענדיקט ראָטגערס אוניװערסיטעט װוּ ער האָט שטודירט די שפּאַנישע שפּראַך און ייִדישע לימודים. זײַן ביז-גראַדויִר טעזיס האָט ער געשריבן װעגן קינדער-ביכער אױף ייִדיש בײַ הײַנטצײַטיקע חסידישע ייִדן. ער האָט געאַרבעט צװײ יאָר בײַם ייִדישן ביכער צענטער מיט די קלאַנג-אַרכיװן. ער איז הײַנט אַ מיטאַרבעטער בײַם ייִדישן פֿאָרװערטס.