יהודית װאַלעצקי איז אױפֿגעװאַקסן אין אַן אָפֿענער ייִדיש־רעדנדיקער הײם אין ברוקלין. זי איז געגאַנגען אין פּריפּעטשיק, אַ געװעזענע יוגנטרוף־שפּילגרופּע פֿאַר ייִדיש־רעדנדיקע קינדער, מיט אַנדערע יוגנטרוף־קינדער. זי האָט אָנגעפֿירט מיט דער ייִדיש־װאָך 4 יאָר לאַנג, און קוקט פֿאָרױס צו זען װי עס װעט װײַטער בליען. כאָטש זי איז איצט צוריקגעגאַנגען צו איר ענגליש־רעדנדיקער קאַריערע, איז ייִדיש נאָך אַלץ נאָװנט צו איר האַרץ. דאָס מײנט, פֿאַרשטײט זיך, אַז זי פֿילט זיך נאָך אַלץ מאָדנע און אומבאַקװעם װען זי רעדט מיט קלײנע קינדער און חיות אױף ענגליש!