מינע־ליפֿשע װישװאַנאַט (קאַסירערקע) רעדט ייִדיש אַזש פֿון דער מאַמעס בױך. איר ערשט װאָרט (אַחוץ פּשוט “טאַטע־מאַמע”) איז געװען “טי־אַ” ־ דאָס הײסט, “עפֿן די טיר!” זי איז אױפֿגעװאַקסן מיט יוגנטרוף ־ אירע טאַטע־מאַמע האָבן זיך באַקענט אױף דער ייִדיש־װאָך, זי איז געגאַנגען אין פּריפּעטשיק, אַ זונטיקשול פֿאַר ייִדיש, ביז זי איז געװען 15 יאָר אַלט, און קומט יעדעס יאָר אױף דער ייִדיש־װאָך פֿון זינט זי איז געבױרן געװאָרן. זי איז איצט אַ אַן אינזשיניר און װױנט אין מערילאַנד מיט איר מאַן און 2 ייִדיש־רענדיקע קינדער. זי פֿירט אױך אָן מיטן פֿאַרברענג־פּראָגראַם.
Photo of Meena-Lifshe Viswanath