
פֿאַרברענג: באָסטאָן פֿאַרברענגט און רעדט ייִדיש אויף רעװיר פּלאַזשע
2 2 people viewed this event.
װאָס: פֿאַרברענגען און רעדן ייִדיש אויף רעװיר פּלאַזשע
װען: זונטיק, דעם 2טן אויגוסט, 3:00 נאָך מיטאָג
:װוּ
Revere Beach, Revere, MA
Mir veln zikh trefn noent tsu Revere Beach Clock. Me ken forn mitn oyto, oder forn mit der T keyn Wonderland stantsye.
לאָמיר רעדן ייִדיש בײַם ברעג ים! אַלע זײַנען פֿאַרבעטן צו קומען אויף דער פּלאַזשע און פֿאַרברענגען אויף ייִדיש. מע מעג מיטברענגען אַ האַנטעך, שירעם, פּלאַזשע־שפּילן, און װאָס נאָר מע װיל כּדי גוט צו פֿאַרברענגען בײַם ברעג ים
די פּראָגראַם איז אַ צוזאַמען־אַרבעט פֿונעם באָסטאָנער אַרבעטער־רינג און פֿאַרברענג:באָסטאָן, אַ יוגנטרוף־פּראָיעקט װאָס שאַפֿט געלעגנהײטן צו רעדן און פֿאַרברענגען אויף ייִדיש פּנים־אל־פּנים אַ גאַנץ קײַלעכדיק יאָר