פֿאַרברענג באָסטאָן: פֿאַרשידענע מינים האָניק, זינגען ייִדישע לידער

פֿאַרברענג - באָסטאָן

פֿאַרברענג באָסטאָן: פֿאַרשידענע מינים האָניק, זינגען ייִדישע לידער

5 5 people viewed this event.

װאָס: פֿאַרזוכן פֿאַרשידענע מינים האָניק און זינגען ייִדישע לידער
װען: שבת, דעם 21טן נאָװעמבער, 2:00 נאָך מיטאָג
װוּ: באָסטאָנער אַרבעטער־רינג
6 Webster St., Brookline, MA

לאָמיר פֿאַרברענגען אויף ייִדיש, פֿאַרזוכן פֿאַרשידענע מינים האָניק, און זינגען לידער. מיר װעלן פֿאַרגלײַכן די באַזונדערע טעמען האָניק און טרעפֿן װעלכע קומען פֿון װעלכע געװיקסן. מיר װעלן אויך זינגען ייִדישע לידער ־ מיר האָבן אַ סך געזאַנג־ביכער ־ און מע װעט האָבן אַ געלעגנהײט צו זינגען סײַ אין אַ גרופּע סײַ סאָלאָ (אויב מע װיל). עס װעט זײַן אַ זיסער נאָכמיטאָג! (טאָמער דאַרפֿסטו װעגאַנישע ברירות, לאָז װיסן אינעם רעגיסטראַציע־בויגן.)

די פּראָגראַם איז אַ צוזאַמען־אַרבעט פֿונעם באָסטאָנער אַרבעטער־רינג און פֿאַרברענג:באָסטאָן, אַ יוגנטרוף־פּראָיעקט װאָס שאַפֿט געלעגנהײטן צו רעדן און פֿאַרברענגען אויף ייִדיש פּנים־אל־פּנים אַ גאַנץ קײַלעכדיק יאָר

 

Date And Time

2026-11-22 @ 07:00 PM (EST)

Share With Friends