ייִדיש־װאָך 2026

יוגנטרוף

ייִדיש־װאָך 2026

20 20 people viewed this event.

די קומענדיקע ייִדיש־װאָך װעט פֿאָרקומען פֿונעם 14טן ביזן 20סטן אויגוסט, 2026 (פֿרײַטיק ביז דאָנערשטיק). מע װעט עפֿענען די רעגיסטראַציע אין פֿרילינג.

די ייִדיש־וואָך האָט זיך אָנגעהויבן אין יאָר 1976 ווען ד״ר מרדכי שעכטער האָט געבראַכט סטודענטן פֿונעם ווייַטהאַלטער־קלאַס פֿון דער „אוריאל ווייַנרייַך־זומער־פּראָגראַם‟ אױף אַ סוף־װאָך אין קעמפּ בויבעריק כּדי זיי זאָלן האָבן אַ געלעגנהייט זיך אויסצולעבן אויף ייִדיש. זינט דעמאָלט איז די ייִדיש־וואָך פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אינעם איינציקן ייִדיש־רעדנדיקן וואַקאַציע־אָרט וווּ סטודענטן, משפּחות און עלטערע לייַט פֿון אַלע ייִדישע רעליגיעזע שטראָמען זאָלן קענען וווינען אין איינעם אַ וואָך לאַנג און רעדן בלויז ייִדיש. בייַ די משפּחות וואָס דערציִען זייערע קינדער אויף ייִדיש איז די ייִדיש־וואָך ממש אַ נייטיקייט ווייַל עס גיט זייערע קינדער אַ געלעגנהייט זיך צו שפּילן מיט אַנדערע קינדער אויף ייִדיש — אַ סבֿיבֿה וואָס איז שווער צו געפֿינען ה‮ייַנט צו טאָג.‮

To register for this event please visit the following URL:

 

Date And Time

2026-08-14 @ 05:00 PM (EST) to
2026-08-20 @ 05:00 PM (EST)

Share With Friends