לאָמיר קאָכן אַ ייִדישן מאכל צוזאַמען! אין דער פּראָגראַם, װעלן עזריאל (אַזי) גאָלד־שאַפּיראָ און אריאל שאַפּיראָ אונדז לערנען אַ רעצעפּט פֿאַר קרעפּלעך, און מיר װעלן קאָכן אַ זופּ צוזאַמען. די גאַנצע פּראָגראַם װעט זײַן אויף ייִדיש, און מיר װעלן האָבן געלעגנהײטן צו פֿאַרברענגען, שמועסן, און אפֿשר זינגען אַ פּאָר לידער
זײַט אַזױ גוט און פֿאַרשרײַבט זיך טאָמער האָט איר בדעה צו קומען, כּדי מיר זאָלן װיסן װיפֿל אינגרעדיענטן צו ברענגען.
רעגיסטריר-בױגן:
https://forms.gle/7BbhSg9pPdb6QeHz8
די פּראָגראַם איז אַ צוזאַמען־אַרבעט פֿונעם באָסטאָנער אַרבעטער־רינג און פֿאַרברענג:באָסטאָן, אַ יוגנטרוף־פּראָיעקט װאָס שאַפֿט געלעגנהײטן צו רעדן און פֿאַרברענגען אויף ייִדיש פּנים־אל־פּנים אַ גאַנץ קײַלעכדיק יאָר