מיט װאָסערע נישט איז טעכנישע פּראָבלעמען מיט דער רעגיסטראַציע, זײַט אַזױ גוט און שרײַבט yp@yugntruf.org. מיט אַלע אַנדערע פֿראַגעס, װענדט זיך צו מירע־רבֿקהן אויף yvokh@yugntruf.org, אָדער קלינגט איר אויף 1.212.796.5782.

אױב איר פּלאַנירט אָנצוגעבן אױף אַ סובסידיע (אָפֿן צו אַלע) זאָלט איר קודם אױספֿילן דעם רעגיסטראַציע־בױגן; דערנאָך זאָלט איר געבן אַ קװעטש אױף דער פֿאַרבינדונג אױפֿן קומעדיקן זײַטל און אױספֿילן די סטיפּענדיע־אַפּליקאַציע אָנשטאָט צו באַצאָלן.

1. אָנטייל

אױף דער ייִדיש־װאָך איז אונדזער רײַכע און באַלערנדיקע פּראָגראַם פֿון אַקטיװיטעטן, װאַרשטאַטן, און רעפֿעראַטן אין גאַנצן אָנגעפֿירט פֿון די באַטייליקטע אַליין! דאַרפֿן מיר אײַער הילף ־ לאָזט אונדז װיסן מיט װאָסערע אַקטיװיטעטן איר װאָלט געקענט אָנפֿירן! דעם צײַטפּלאַן שטעלן מיר צונויף אַ פּאָר חדשים פֿאַר דער ייִדיש־װאָך, טאָ שיקט צו װאָס גיכער אײַערע פֿאָרלייגן. כּדי צו אָנערקענען אײַער מי שיקן מיר אײַך צוריק נאָך דער ייִדיש־װאָך $50 פֿאַר יעדער סעסיע װאָס איר פֿירט אָן מיט דעם. מיר באַמיִען זיך צו שאַפֿן אַ פֿאַרשיידנאַרטיקע פּראָגראַם, װעלן מיר טיילמאָל אָפּגעבן די בכורה אַקטיװיטעטן װאָס העלפֿן אונדז דערגרייכן דעם דאָזיקן ציל.

2. רעגיסטראַנטן
  1. פּערזענלעכע דאַטן
    מיטגלידערשאַפֿט

    אַלע װאָס פֿאַרשרײַבן זיך אױף דער ייִדיש־װאָך מוזן זײַן מיטגלידער פֿון יוגנטרוף. טאָמער האָט איר נאָך נישט באַצאָלט אײַער מיטגלידגעלט אױף הײַיאָר, זײַט אַזױ גוט און טוט דאָס איצט!

    אױטאָבוס

    דער אױטאָבוס װעט אָפּפֿאָרן פֿון מידטאַון מאַנהעטן דעם 15טן אױגוסט, 9:30 אין דער פֿרי. נאָך דער ייִדיש־װאָך װעט דער אױטאָבוס אָפּפֿאָרן צוריק קײן מידטאַון מאַנהעטן דעם 21סטן אױגוסט 1:30 נאָך מיטאָג.

    באַשטעלן צימער

    עס איז נישט נייטיק צו באַשטעלן אַ צימער פֿאַר קינדער ייִנגער פֿון 4 יאָר.

    אײדער איר קלײַבט אויס אַ צימער קענט איר אויף דעם זײַטל זען בילדער און אַ פֿאַרגלײַכונג פֿון די צימערן.

    ROOM_INSTRUCTIONS_MAP_IMAGE_ALT
    צימער$/װאָך$/װאָכנטאָג$/סוף־װאָך־טאָג
    כּנען/נגבֿ א2220405485
    כּנען/נגבֿ ב1930355420
    כּנען/נגבֿ ג1360295245
    כּנען/נגבֿ ד1195220260
    ירושלים/גן־עדן/תּל־אָבֿיבֿ א1570285345
    ירושלים/גן־עדן/תּל־אָבֿיבֿ ב1370250300
    ירושלים/גן־עדן/תּל־אָבֿיבֿ ג970175215
    ירושלים/גן־עדן/תּל־אָבֿיבֿ ד800145175
    כּתרילעװקע א720110140
    כּתרילעװקע ב720110140
    קינד (4־12)580105128
    צופֿאָרער670110140

    מיטװױנער־פּרעפֿערענץ
    דיעטעטישע באַגרענעצונגען
    יובֿל־העמד

    לכּבֿוד 50 יאָר ייִדיש־װאָך באָטן מיר אָן אַלע אָנטײלנעמען אַ שװיצהעמד אָדער אַ העמדל מיטן לאָגאָ דאָ. זײַט אַזױ גוט און קלײַבט אױס װעלכע ברירה פּאַסט אײַך. כּדי צו באַשטימען אײַער גרײס, זײַט אַזױ גוט און גיט אַ קוק אויף די דאָזיקע טאַבעלעס.

3. הנחה

אויב מען האָט אײַך געגעבן אַ הנחה־קאָד קענט איר אים דאָ אַרײַנגעבן.

4. צושטײַער
5. נאָך עפּעס?
6. באַװאָרענישן
סך־הכּל: $