
פֿאַרברענג:באָסטאָן פֿאַרזוכט האָניק
by
6 6 people viewed this event.
װאָס: פֿאַרזוכן פֿאַרשידענע מינים האָניק, פֿאַרברענגען צוזאַמען און רעדן ייִדיש
װען: שבת, דעם 26סטן סעפּטעמבער, 3:00 נאָך מיטאָג
װוּ: באָסטאָנער אַרבעטער־רינג
6 Webster St., Brookline
עס הײבט זיך אָן אַ נײַ יאָר, טאָ לאָמיר פֿאַרברענגען אויף ייִדיש און פֿאַרזוכן פֿאַרשידענע מינים האָניק. מיר װעלן פֿאַרגלײַכן די באַזונדערע טעמען, שמועסן, און אפֿשר אָנהײבן דאָס נײַע יאָר מיט אַ פּאָר ייִדישע לידער. (טאָמער דאַרפֿסטו װעגאַנישע ברירות, לאָז װיסן אינעם רעגיסטראַציע־בויגן.)
https://forms.gle/bcXPjaGa3s1sHgW76
די פּראָגראַם איז אַ צוזאַמען־אַרבעט פֿונעם באָסטאָנער אַרבעטער־רינג און פֿאַרברענג:באָסטאָן, אַ יוגנטרוף־פּראָיעקט װאָס שאַפֿט געלעגנהײטן צו רעדן און פֿאַרברענגען אויף ייִדיש פּנים־אל־פּנים אַ גאַנץ קײַלעכדיק יאָר