די ייִדיש־וואָך האָט זיך אָנגעהויבן אין יאָר 1975 ווען ד״ר מרדכ שעכטער האָט געבראַכט סטודענטן פֿונעם ווייַטהאַלטער־קלאַס פֿון דער „אוריל ווייַנרייַך־זומער־פּראָגראַם‟ אויף אַ וואָך אין קעמפּ בויבעריק, כּדי זיי זאָלן האָבן אַ געלעגנהייט זיך אויסצולעבן אויף ייִדיש. זינט דעמאָלט איז די ייִדיש־וואָך פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אינעם איינציקן ייִדיש־רעדנדיקן וואַקאַציע־אָרט וווּ סטודענטן, משפּחות און עלטערע לייַט פֿון אַלע ייִדישע רעליגיעזע שטראָמען זאָלן קענען וווינען אין איינעם אַ וואָך לאַנג און רעדן בלויז ייִדיש. בייַ די משפּחות וואָס דערציִען זייערע קינדער אויף ייִדיש איז די ייִדיש־וואָך ממש אַ נייטיקייט ווייַל עס גיט זייערע קינדער אַ געלעגנהייט זיך צו שפּילן מיט אַנדערע קינדער אויף ייִדיש — אַ סבֿיבֿה וואָס איז שווער צו געפֿינען הייַנט צו טאָג.